'בנין עד' איז דער נייער מהלך אין שידוכים אז יעדע משפחה זאל האבן א פערזענליכן 'פריימערי שדכן'. א פערזענליכער געטרייער שדכן, וואס קען אייער משפחה, פארטרעט אייער קעיס, און ארבעט געטריי פאר אייך ביז איר טוט א שידוך בשעה טובה ומוצלחת.


נעמט אויף
א פריוואטןפריימערישדכןאייך צו באגלייטן אינעם
שידוכים-פראצעדור
פשוט
גרינג
זארגלאז
(אן קיין שום התחייבות אדער אפצאל)
פילט אויס אייער אינפארמאציע צו ווערן א פריימערי שדכן.←ווען איר הייבט אן אויסהערן שידוכים פאר א קינד נעמט איר אויף א פריימערי שדכן, וואס איז ווי כאילו דער 'בייער'ס אגענט'. ער שמועסט דורך מיט אייך אלעס וואס ליגט אייך אויפ'ן הארצן – און דורכאויס דעם גאנצן נאכפאלגענדן פראצעדור וועט ער אלעמאל זיין אויף אייער זייט, אויסשמועסן מיט אייך די פארשידענע פאסיגע הצעות און בלייבט אייער הויפט שדכן-אדרעס.
ניין. בכלל נישט.
אנדערע שדכנים, קרובים, ידידים און באקאנטע קענען ווייטער אנטראגן שידוכים פונקט ווי ביז היינט. איר האט פשוט אויף אייער זייט אן ערפארענעם שדכן אלס עצה-געבער און באגלייטער, צו זיכער מאכן אז קאלס ווערן געמאכט, אז מ'באקומט ענטפערס, און ער טראגט אייער קעיס מיט א קביעות'דיגן אחריות.
ניין. דער פריימערי-שדכן באקומט פשוט א געוויסע פראצענט פון די שדכנות-געלט אין פאל א צווייטער פירט למעשה אויס דעם שידוך.
צענדליגער ערפארענע שדכנים און שדכניות זענען שוין אנגעשלאסן אין דער ארגאניזאציע און זענען שוין יעצט גרייט צו ארבעטן מיט משפחות.
יא.
ביים איינשרייבן וועט איר קענען אנצייכענען אויב איר האט א באזונדערן שדכן אין געדאנק, און אויב יא - אריינלייגן זיין נאמען אדער רעפערענץ. די אינפארמאציע ווערט באהאנדלט פריוואט.
פילט אויס אן אפליקאציע מיט אייערע פרטים און מען וועט זיך אי"ה פארבינדן מיט אייך פונעם 'בנין עד' אפיס כדי צוצושטעלן פאר אייך א געטרייען פריימערי שדכן. אויספילן אן אפליקאציע באדייט נישט קיין שום קאמיטמענט און קאסט נישט קיין געלט. איר גייט פשוט אריין אינעם סיסטעם אז מ'זאל אייך פריער קענען סערווירן מיט אונזערע סערוויסעס.